Loading...

Download
  • Genre:World Music/Folklore
  • Year of Release:2023

Lyrics

שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

אט די ברכה טוט מען מאכן אלע טאג אזוי


שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

יעדן טאג דארף מען זיך פרייען זייער פיל אזוי


טאטע געטרייער

דו ביסט דאך ביי אונז טייער

שווער צו געפונען

ווי אזוי דיר אפצודינען


נישט דא קיין געדאנקען

כדי דיר צו דאנקען

וואס צום פאלק פון אידן

טוען מיר באלאנגען


אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי

אבינו בשמים

דיין פאלק אט דעם געטרייעם

דארפסטו שוין אויסלייזן

און משיח'ן קומען הייסן


אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי

שוין צוויי טויזנט יארן

א תל פון אונז געווארן

און דיר נישט פארראטן

די טייערע סאלדאטן


מען האלט אין איין יאגן

מען האלט אין איין שלאגן

און מיר טוען רואיג, אלע צרות איבערטראגן


אפילו וועסט יאגן

אפילו וועסט טרייבן

מיר וועלן נישט אוועקגיין

מיר וועלן ביי דיר בלייבן


שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

נאר מיט דעם אליין צופרידן זענען מיר אזוי


שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

אפילו וועסט קיין שכר נישט געבן

איז אויך גוט אזוי


דער טלית, די תפילין

די זיסע געפילן

דער חומש דער סידור

דאס זיין צווישן גוטע ברודער


די הייליגע תורה

די שוהל, די מנורה

די מדות

די חסידות

דאס לערנען זיי בתמידות


אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי

מיט'ן טלית קטן

איז דאך אלעס געראטן

די יארמולקע פון אויבן

קען מען קיינמאל נישט צורויבן


אוי, אוי, אוי, אוי

די צניעותדיגע קליידער

באשיצן דאך כסדר

דעם צוגרייטן און פירן

די קינדערלעך אין חדר


די מזוזה ווידער

איז דער בעסטער היטער

דערמאנען זיך וואס שטייט דארט

מוז מען טאן א שטארקן ציטער


דאס אלעס אינאיינעם

איז נישט דא ביי קיינעם

נאר ביי דעם אידן, דעם ערליכן און ריינעם



שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

מיר דארפן נישט האבן מער

דאס איז גענוג אזוי


שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

דאס אליין עס טוט אונז טרייסטן

און עס שטארקט אזוי


עס קומט ראש חודש

און דער שבת קודש

מנורות

מיט תורות

און מאכלים, גוטע פירות


דער טעם פון עולם הבא

ליגט אויף יעדן חלק

מען זאגט לכבוד שבת

ווערט עס תיכף הייליג


אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי

די ימים נוראים

מחילת חטאים

די תשובה קען דאך מאכן, צדיקים גרויסע פון רשעים


אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי

די סוכה'לע די קליינע

די מינים פיהר די שיינע

מען פרייט זיך מיט'ן בורא

מען פרייט זיך מיט זיין תורה


א יאר פון הרוגות, א יאר פון היזקות

מיר נעמען עס מיט ליבשאפט און מיר בעטן זיי נישט ברוגז

מיר זענען שולדיג, נישט קיין גערעכטע

דו ביסט דער גוטער

מיר זענען די שלעכטע



שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

עס איז אבער שווער זיך האלטן,יארן לאנג אזוי


עס איז אלעס איינס פאר מיר

עס איז אלעס איינס פאר אייך

אויב דער באשעפער וויל א פאלק

מוז ער אויסלייזן גלייך


שלא עשני גוי

שלא עשני גוי

+

      -   or   -

      -   or   -

      NG +234

          Please Select A Playlist

          Add New Playlist

          Share on

          Embed: Love & Light EP

          Custom Size :

          • Default
          • Desktop(300*600)
          • Mobile(300*250)

          Type :

          • HTML/HTML5 (WordPress Supported)
          Get Boomplay Premium
          for
          Payment Method
          Pay With
            Review and pay
            Order Date
            Payment Method
            Due Today
            Flutterwave
              Subscription Successful

              Congratulations! You have successfully activated Boomplay 1 Month Premium.

              Now you have access to all the features of Boomplay App.
              Payment Failed

              Please check your balance and then try again.

              You'll lose your subscription if we don't have a working payment method for your account, so please check your payment details.
              Need help? Contact Boomplay Subscription Support.
              Payment Processing...
              10 s

              Payment is being processed by . Please wait while the order is being comfirmed.

              Payment Processing
              Your order is processing, and it may take up to a few days for the service provider to handle your payment. Please kindly stay tuned and check your order status in ‘User Center’.
              About Order Status