Loading...

Download
  • Genre:World Music/Folklore
  • Year of Release:2023

Lyrics

קיין אמעריקא ווען איך בין געקומען

האב איך מיך גלייך גענומען זינגען

אויסגעגרינט נאך נישט געווארן

און איך ווייס נישט ווי אזוי צו פארן


אלע גאסן אין איין צורה

אלע הייזער אין איין שורה

די זעלבע פענסטער, די זעלבע שטיגן

און די זעלבע פערגעניגן


און איך האב געמיינט ביז דאן

אז אפטאון און דאונטאון איז איין זאך

ביזנעס קארדס האב איך געמאכט

איך זיץ אין מיין צימער און איך ווארט


שמחות מאכט א יעדער איינער

און איך בין א אינטערטעינער

קיינער האט מיך נישט אינזינען

געבן אפאר סענט פארדינען


איינמאל הער איך עס הייבט אן

קלינגען שטארק דער טעלעפאן

העלאו

עס רעדט דער זינגער, דער גרינער

ביים ברייטאן ביטש האבן מיר א דינער


וויפיל נעמט איר

פופציג דאלער

גוט! מיר זענען גוטע צאלער

נעמט פארשרייבט אייך די אדרעסן

איר זאלט קומען נישט פארגעסן


זאג איך פיין

ווען וועט דאס זיין

מארגן אין אוונט, אזייגער ניין


דעם אדרעס האב איך גענומען

איך האב צוגעזאגט צו קומען

ווי צו פארן וועל איך פרעגן

ביי די פארערס אויף די וועגן


פלוצלונג געבט זיך מיר א ציטער

איך הער דער טעלעפאן קלינגט ווידער

העלאו

עס רעדט דער זינגער, דער גרינער

אין עליזעביט האבן מיר א דינער


וויפיל נעמט איר

פופציג דאלער

נו! גוט מיר זענען גוטע צאלער

נעמט, פארשרייבט אייך די אדרעסן

איר זאלט קומען, נישט פארגעסן


זאג איך פיין

ווען וועט דאס זיין

מארגן אין אוונט, אזייגער ניין


זאג איך, איך בין שוין פארנומען

נו! וועט איר שפעטער קומען

מיט א קאר איז א געלעכטער

מען קען זיין אויף צוויי דריי ערטער


פלוצלונג געבט זיך מיר א ציטער

איך הער דער טעלעפאן קלינגט ווידער

העלאו

עס רעדט דער זינגער, דער גרינער


העלאו! מיר דארפן אייך האבן אויף א דינער

דאס וועט זיין ביי אונז אין באסטן

קיין הוצאות וועט נישט קאסטן

ביי די טרעין וועט מען אייך אפווארטן

און די פרייז דארף מען נישט טראכטן


זאג איך פיין

ווען וועט דאס זיין

מארגן אין אוונט, אזייגער ניין


אוי

זאג איך, איך בין שוין פארנומען,

זאגט מען, וועט איר שפעטער קומען

מיט א פלעין איז א געלעכטער

מען קען זיין אויף צוויי דריי ערטער


ביז צוויי אזייגער ביי דער נאכט

האב איך ביים טעלעפאן פערבראכט

ביזנעס

צוואנציג ערטער גוטע צאלער

אין איין אוונט טויזנט דאלער


איך זאג אייך אידן, גאר אן קנאה

ס'איז א גאלדענע מדינה

און ביז עס איז טאג געווארן

האב איך געמאכט דעם פלאן צו פארן


צום ברייטאן ביטש וועל איך פארן פריער

זיי האבן געבעטן זייער פונקטליך

און פון דארטן גלייך קיין באסטן

פינף מינוט, ס'וועט גארנישט קאסטן


און פון דארטן, קיין ראטשעסטער

און פון דארטן, קיין וועסטשעסטער

ווייל פון אפטאון ביז דאונטאון

איז דאך מער נישט ווי א שפאן


און פון דארטן קיין איסט ניו יארק

און פון דארטן קיין וועסט ניו יארק

אין איין וועג

און פון דארטן קיין ניו העיוון

און געלט וועט וואקסן ווי אויף הייוון


און קיין בראנקס, קיין קאני איילענד

און קיין קווינס און קיין לאנג איילענד

און פון דארט קיין קיו גארדנס

מען האט צוגעזאגט צו ווארטן


און אז די פיס וועלן נישט זיין קיין מידע

וועל איך נאך א פאר טאן קיין פלארידע


אויף מארגן ווען עס איז נאכט געווארן

בין איך מיך ארויסגעפארן עקספרעס

אין מויל קיין ביסן נישט גענומען

איך וועל שוין עסן וואו איך וועל קומען


געקומען ביזן לעצטן סטאפ

א פאליסמאן געבט מיר א כאפ

פירט מיר מיסטער צו צום ים

קוקט ער און זאגט מן הסתם

האט איר געוואלט פארן אראפ דאונטאון

פארקראכן זענט איר קיין אפטאון


און צוריק בין איך געלאפן

און א לאקעל (טעקסי) אנגעטראפן

און צוויי שעה האט עס גענומען

ביז איך בין צום ארט געקומען

אין זאל איז נישט געווען שוין קיינער

נאר דער שמש דרייט זיך איינער


זאג איך אים א גוטן אוונט

זאגט ער מיר א גוטע נאכט

דער עולם האט שוין לאנג פארבראכט


איי, זאג איך מילא וועל איך דאן

לויפן שנעל קיין אפטאון

אבער איך בלייב שטיין אן לשון

איך האב אויף קאר-פעיר נישט קיין גראשן


צום שמש האב איך זיך אויסגעצויגן

און מיט טרערן אין די אויגן

פליז

זאגט מיר שנעל די וועג קיין באסטאן

איך וועל גיין מיט די פיס

ס'וועט מיר גארנישט קאסטן


צוריק בין איך אין טרעין געזעסן

נישט דא קיין געלט, נישט דא קיין עסן

איך קום אהיים, עס נעמט שוין טאגן

וואס וועל איך דער בעל הבית'טע זאגן


זי וועט מיר נעמען אינטערטעינען

עס וועט זיין צום לאכן און צום וויינען


א גאנצע צעטל האט זי שוין צונויפגעשטעלט

וואס צו טוהן מיט אט די געלט


מען דארף שיך און מען דארף קליידער

און דער לענדלארד און דער חדר

דער גראסערי מאן און דער בוטשער

און עפעס לאזן פאר די פיוטשער


און די גאנצע מעשה איז געשעהן אינגאנצן

ווייל איך האב נאך דעמאלטס נישט געוואוסט

אז אויף צוויי חתונות קען מען נישט טאנצן

+

      -   or   -

      -   or   -

      NG +234

          Please Select A Playlist

          Add New Playlist

          Share on

          Embed: Love & Light EP

          Custom Size :

          • Default
          • Desktop(300*600)
          • Mobile(300*250)

          Type :

          • HTML/HTML5 (WordPress Supported)
          Get Boomplay Premium
          for
          Payment Method
          Pay With
            Review and pay
            Order Date
            Payment Method
            Due Today
            Flutterwave
              Subscription Successful

              Congratulations! You have successfully activated Boomplay 1 Month Premium.

              Now you have access to all the features of Boomplay App.
              Payment Failed

              Please check your balance and then try again.

              You'll lose your subscription if we don't have a working payment method for your account, so please check your payment details.
              Need help? Contact Boomplay Subscription Support.
              Payment Processing...
              10 s

              Payment is being processed by . Please wait while the order is being comfirmed.

              Payment Processing
              Your order is processing, and it may take up to a few days for the service provider to handle your payment. Please kindly stay tuned and check your order status in ‘User Center’.
              About Order Status