Loading...

Download
  • Genre:World Music/Folklore
  • Year of Release:2023

Lyrics

בעזרת השם, דא נישט ווייט אויף די וועגן

א טרעין פול מיט מענטשן עס פארט

איין טרעין פארט גלייך, און די צווייטע אנטקעגן

יעדער צו זיך אויף זיין ארט


פארן זיך אידן, פאררוקט אין א ווינקל

יעדער אהיים צו זיך פארט

ס'איז צייט דאווענען מנחה

עס איז שוין באלד טונקל

און פרעמד אומבאקאנט איז דער ארט


איינער גייט צו, צום קאנדאקטער אים פרעגן

און קומט גלייך צוריק מיט א געוואלד

מיר האבן פארבלאנדזשעט אויף אנדערע וועגן

מיר מוזן זיך אומקערן באלד


אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך

צוריק אויפ'ן ריכטיגן וועג

אוי לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך

אוי איידער דער טאג גייט אוועק


ווייל א מענטש איז נישט מיין

פון פלייש און פון ביין

און ער קען מאכן א פעלער

ווער עס האלט קאפ

שטעלט זיך גלייך אפ

און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער


און ביי דעם בארג סיני, האט מען אונז געגעבן

א גלייכן און זיכערן וועג

וואס פירט בשלום אדורך אונזער לעבן

און פירט נאך אונז ווייטער אוועק


עס האט זיך געטראפן, עס האבן פיל אידן

אביסל אין זייט זיך אוועק

און האבן פארזעהן די סימנים צו היטן

און זענען אראפ פון דעם וועג


מען טראגט פרעמדע נעמען

מען עסט פרעמדע עסן

מען האט נישט קיין אידיש'ן בליק

זיי האבן שוין נעבעך אינגאנצן פארגעסן

אז ס'איז דא א וועג אויף צוריק


אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך

צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג

אוי לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך

צוריק צו אמאליגע טעג


א מענטש איז נישט מיין

פון פלייש און פון ביין

און ער קען מאכן א פעלער

ווער עס האלט קאפ

שטעלט זיך גלייך אפ

און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער


אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך

כל זמן די זון נאך זי שיינט

לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך

וואס גיכער, וואס שנעלער נאך היינט


אנטקעגן טוט שטיין

א ליידיגער טרעין

אהיים באלד צוריק וועט ער פירן

וואס געווען, איז געווען

וואס געשען, איז געשען

אזוינס טאר שוין מער נישט פאסירן


עס איז היינט געווארן, די וועלט פארגעשריטן

מען לעבט אין א צייט פון אטאם

אבער פארדארבן מען איז היינט אין זיטן

פונקט ווי אין די צייטן פון סדום


מען וויל שוין היינט פליען, אויך צו דער לבנה

זיי ווילן נאך העכער שוין גיין

און אלע ווייסן מיר דאך די כוונה

צו קאנען פערניכטן וואס מיין


מיר האבן די וואונדער, געזען וואס זיי קענען

וואס לעצטע טעכניק האט געמאכט

אזוי שנעל און פונקטליך, פארברענען מיליאנען

וואס האבן עס גארנישט ערווארט


עס האט די קולטור, פאר די מענטשן געגעבן

נאר צער מיט פערדראס, מיט געוויין

מען זאגט צו א שענערן און בעסערן לעבן

עס קראכן א פלעין נאך א פלעין


אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך

אנטלויפן פון זיי ווי געשווינד

לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך

ווייל זיי סמ'ען אפ אונזער קינד


ווייל די גאנצע וועלט

איר כבוד, איר געלט

די גאנצע הנאות פון לעבן

זענען נישט גערעכט און זענען נישט ווערט

אפילו א קרעכץ פאר זיי געבן


אוי לאמיר זיך אומקערן אידעלעך

צום טאטן אין הימל צוריק

לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך

פערזיכערט אייך אייביגן גליק


לאמיר נאר זעהן

ווי שיין איז געווען

די צורה פון אלטיטשקן זיידן

געלעבט אויף דער וועלט

עס האט גארנישט געפעהלט

אצינד פרייט ער זיך אין גן עדן



דער רבונו של עולם, אים בענטשן און לויבן

האלט אפען די טויערן פון גליק

און אלע טעג שרייט א בת קול פון אויבן

קערט זיך אום קינדער צוריק


און אט דער בת קול

פארשטעלט זיך פארשיידן

ווי ס'איז ביים בארג סיני געווען

"וכל העם רואים את הקולות"

די קולות די ריידן

האט מען אפילו געזעהן


דער בת קול טוט זיך,

אין דעם הארץ אריינקריגן

און עס ווערט א בענקעניש דארט

אמאל ווי א בילד און אמאל ווי א ניגון

און אמאל ווי א פשוט'ער ווארט


לאמיר זיך אומקערן ברודערלעך

לאמיר זיך אומקערן אידעלעך

+

      -   or   -

      -   or   -

      NG +234

          Please Select A Playlist

          Add New Playlist

          Share on

          Embed: Love & Light EP

          Custom Size :

          • Default
          • Desktop(300*600)
          • Mobile(300*250)

          Type :

          • HTML/HTML5 (WordPress Supported)
          Get Boomplay Premium
          for
          Payment Method
          Pay With
            Review and pay
            Order Date
            Payment Method
            Due Today
            Flutterwave
              Subscription Successful

              Congratulations! You have successfully activated Boomplay 1 Month Premium.

              Now you have access to all the features of Boomplay App.
              Payment Failed

              Please check your balance and then try again.

              You'll lose your subscription if we don't have a working payment method for your account, so please check your payment details.
              Need help? Contact Boomplay Subscription Support.
              Payment Processing...
              10 s

              Payment is being processed by . Please wait while the order is being comfirmed.

              Payment Processing
              Your order is processing, and it may take up to a few days for the service provider to handle your payment. Please kindly stay tuned and check your order status in ‘User Center’.
              About Order Status