Loading...

Download
  • Genre:World Music/Folklore
  • Year of Release:2023

Lyrics

דער גרויסער באשעפער, ער האט דאך בעשאפן

די גאנצע וועלט, מיט אלעס וואס אויף איר

פאר אלע זיי צוגעשיקט, אלעס וואס זיי דארפן

באדערפענישן גאר אן א שיעור


די ערד מינעראלן

די טייכן, די קוואלן

די טאלן, די בערג באדעקט מיט שניי

די בהמות, די פעלדער

די חיות, די וועלדער

די מענטשן וואס פירן אן מיט זיי


דער גרויסער באשעפער, ער האט דאך באשאפן

דעם הימל, מיט אלעם וואס אויף אים

ער גיט יעדן כח,פיהל יעדער טוט דארפן

צו טאן אין עבודת השם


די חיות, די שרפים

די גרויסע מלאכים

וואס ווערן פון יראה אזש פארברענט

שירות און זמירות

די הייליגע ספירות

אלעס ליגט ביים באשעפער אין די הענט


דו גרויסער גאט

ביסט געווען און וועסט אייביג זיין

איך בין דיינער און דו ביסט מיין

דו ביסט שטארק, דו ביסט גרויס

דו ביסט הייליג דורכאויס

דו ביסט גוט, דו ביזט פיין


דו אונזער גרויסער גאט

קיינער פאר דיר איז נישט געווען

קיינעם נאך דיר וועט מען נישט זעהן

ווייל נאר דו, נאר אליין

פיהרסט די וועלט אזוי שיין

אלע גלייך, גרויס און קליין


דו אונזער ליבער גרויסער גאט

מען קען נישט זעהן, מען קען נישט פילן

נאר מיט איידעלע געפיהלן

קען מען עפעס וואס פארשטיין


דו ביסט א גייסט און נישט קיין גוף

און מען קען עס נישט ערקלערן קלאר

מען קען נישט זעהן, מען קען נישט הערן גאר

און כאטש מיר ווייסן דאס, אז אומעטום ביזטו דאך דא

ביסטו אבער פונקט ווי גארנישט דא



דער גרויסער גאט

אנטקעגן אים האט קיין זאך קיין ווערד

נישט דא קיין פייער און נישט דא קיין שווערד

און דערפאר איז נישט שווער

צו פארשטיין דעם דערהער

דאס וואס אייביג איז ער


דו אונזער גרויסער גאט

אייביג וועסטו זיין און ביזט געווען

מען קען נישט ציילן, נישט דא פון ווען

ס'איז נישט נאנט, נישט ווייט

און עס האט נישט קיין צייט

ווייל דאס איז אייביגקייט


דו אונזער ליבער גרויסער גאט

דו האסט געשאפן אלע זאכן

און וואס זיי טוען און וואס זיי מאכן

אלעס טוסטו דאך אליין


די אלע זאכן קומט פון דיר

מיין יעדער תנועה און מיין יעדע ריר

אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר

די געפיהלן וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר

אלעס, עס נעמט זיך נאר פון דיר



דו גרויסער גאט

דו האסט געגעבן די בחירה מיר

און אויך אויף דעם דארף מען אן א שיעור

בעטן שכל און מוט

יעדער זאך וואס מען טוט

זאל זיין ריכטיג און גוט


איין זאך באלאנגט צו מיר

דאס איז מיין רצון, מיין וועלן זיין

גוט און ערליך און פרום און פיין

און אפילו אויף דעם

דארף מען בעטן ביי השם

ווייל דאס אויך קומט פון אים


דו גרויסער גאט

+

      -   or   -

      -   or   -

      NG +234

          Please Select A Playlist

          Add New Playlist

          Share on

          Embed: Love & Light EP

          Custom Size :

          • Default
          • Desktop(300*600)
          • Mobile(300*250)

          Type :

          • HTML/HTML5 (WordPress Supported)
          Get Boomplay Premium
          for
          Payment Method
          Pay With
            Review and pay
            Order Date
            Payment Method
            Due Today
            Flutterwave
              Subscription Successful

              Congratulations! You have successfully activated Boomplay 1 Month Premium.

              Now you have access to all the features of Boomplay App.
              Payment Failed

              Please check your balance and then try again.

              You'll lose your subscription if we don't have a working payment method for your account, so please check your payment details.
              Need help? Contact Boomplay Subscription Support.
              Payment Processing...
              10 s

              Payment is being processed by . Please wait while the order is being comfirmed.

              Payment Processing
              Your order is processing, and it may take up to a few days for the service provider to handle your payment. Please kindly stay tuned and check your order status in ‘User Center’.
              About Order Status