Loading...

Download
  • Genre:World Music/Folklore
  • Year of Release:2024

Lyrics

אין ביאליסטוק איז יום טוב אין די גאסן,

מקבל פנים זיין דעם רבי'ן אין די מאסן,

יעדער ארבעט שווער צו צופאסן,

די וואגן פארט אריין אין שטאט געלאסן.


די רבי קומט אריין מיט זיין חסידים,

עס נעמען אים אויף די שטאט'ס גרעסטע נגידים,

ביי יעדער איז דאך ששון ליהודים,

די גבאי טראכט שוין פון די כיבודים.


אין אזוי גייט די שקלא וטריא,

קבלת קהל אין שטוב פון ר' שמרי',

די אכסני' וועט זיין ביי ר' זכרי'

מלוה מלכה? פיין ביי מיר ביי יהודה ארי'

די הכנות אויף אן אופן א ברייטן,

די שמש טוט די בית מדרש אנגרייטן,

דער עולם קומט פון אלע זייטן,


דעם רבי'ן צום בית מדרש באגלייטן.


שבת אינדערפרי, ר' זרח די חזן גייט צו,

ער האט די זכיה, צו צוגיין צום ברעטל,

מיט די קאפעליע ארום ער,

ציהט מיט זיין הויעכן שטומער,

ער איז דאך די בעסטע בעל תפילה אין די גאנצע שטעטל.


ר' אנשיל איז אנגעצויגן, ער מוז דאך אייביג טויגן,

ער מוז קויפן שישי פאר דעם גרויסן גאסט,

ער ווינקט די גבאי מיט די אויגן, ער ווארנט אים אן כהוגן,

ער מוז מכבד זיין דעם גרויסן רבי'ן ווי עס פאסט.


ר' אשר ווייסט שוין וואס וועט דא ווערן,

יעדער וועט פון אים נאך הערן,

ער איז גרייט די גאנצע שטאט איבערקערן,

ווייל שישי טוט צו אים געהערן.


ר' אנשיל זעהט שוין די גאנצע בראך,

ער וועט האבן אין טאש א גרויסע לאך,


ער וועט צוזאגן געלטער נאך און נאך,

ווייל ער קויפט שישי יעדע וואך.


די גבאי קלאפט אויפ'ן בימה,

אין שוהל א רעש א מהומה,

ער גייט פארקויפן שישי, ער קוקט זיך ארום,

ר' אנשיל טוט דאס זעהן, ער גיבט א זאג צען,

צען רובל שישי, א מכובד'גען סכום!


די גבאי שטייט און וואונדערט, ר' ברוך זאגט א הונדערט,

הונדערט רובל שישי, נאכאמאל ג'הייבט,

ר' אשר שטייט אויף מיט א חיות, ער ווייזט מיט'ן האנט פינף מאות!

פינף הונדערט שישי ווער וואלט נאר געגלייבט!


ר' אשר אטעמט שווער, א טויזנטער זאגט ר' בער,

ר' אשר הייבט אויף הענט, נע נע, ס'צופיהל געלט,

ר' אנשיל שטעלט זיך אויף, ער ציהט די פרייז ארויף,

צוויי טויזנט שישי, אבער ר' הענדל האט זיך געשטעלט.

דריי טויזנט זאגט ר' הענדל, א שותפות מיט ר' מענדל,

מ'וועט מאכן א מי שברך פאר'ן רבי'ן, אזא זכיה,

דער ראש הקהל ר' גדלי', שרייט איבער די גאנצע פמליה,

פינף טויזנט שישי!

צום ערשטן מאל, צום צווייטן מאל, צום דריטן מאל, זכה לו!

דעם רבי'נס עליה!


אין די שטעטל גייען ארום שוין די שמועות,

אין עזרת נשים קומט אן די ידיעות,

מ'האט נאך נישט געהערט אזא מציאות,

אזויפיהל געלט, באצאלן פאר עליות.


דער ראש הקהל, ער גיבט זיך א לאכ'ל,

ער פילט זיך גוט, ער קלאפט זיך אויפ'ן....

ער קוקט צוריק אויף די גאנצער היכל,

אויפ'ן פנים, א ברייטע שמייכל!


די חזן זאגט אתה הראת, בקול אדיר ונורא,

מקמיה דיקר אוריתיה, מ'נעמט ארויס די ספר תורה,


כהן, לוי, און שלישי, די ראש הקהל'ס פנים שיינט,

רביעי, און חמישי, אלע קוקן אויף די מזרח וואנט!


די גבאי מיט א קול א טיפע, און מיט א תנועה'לע א שיינע,

הייבט אהן אויף צו רופן יעמוד מורינו ורבינו,

ער גייט אראפ פונעם בימה שוין, צום רבי'ן טוט ער צוגיין,

אבער די רבי זאגט אים,

" איך בין א כהן" איר קען נישט עולה זיין!

+

      -   or   -

      -   or   -

      NG +234

          Please Select A Playlist

          Add New Playlist

          Share on

          Embed: Love & Light EP

          Custom Size :

          • Default
          • Desktop(300*600)
          • Mobile(300*250)

          Type :

          • HTML/HTML5 (WordPress Supported)
          Get Boomplay Premium
          for
          Payment Method
          Pay With
            Review and pay
            Order Date
            Payment Method
            Due Today
            Flutterwave
              Subscription Successful

              Congratulations! You have successfully activated Boomplay 1 Month Premium.

              Now you have access to all the features of Boomplay App.
              Payment Failed

              Please check your balance and then try again.

              You'll lose your subscription if we don't have a working payment method for your account, so please check your payment details.
              Need help? Contact Boomplay Subscription Support.
              Payment Processing...
              10 s

              Payment is being processed by . Please wait while the order is being comfirmed.

              Payment Processing
              Your order is processing, and it may take up to a few days for the service provider to handle your payment. Please kindly stay tuned and check your order status in ‘User Center’.
              About Order Status